A Bisl Backgroundאַ קלײנער פֿאָן
One day, beezras hashem, there will be a bisl (ober zayer gut geshribn) background here!
Read by no one yet ☹
I Believe
אני מאמין
translated by nobody yet :(
Hot geduld! We're working on it!
זאָל איך גלײַבן אין שפּינאָזעס געאָמעטערדיקן געץ,
אַ גאָט, װאָס קאָן נישט ענדערן זײַן אײגענעם באַשאַף,
אַ גאָט, װאָס איז בײַם אײגענעם געזעץ
אַ נעבעכדיקער שקלאַף,
אַ גאָט אָן גרױלן און אָן נסים,
אַ גאָט אַ קאַלטער אַפּיקורס,
אַ װײטער פֿעטער, װאָס װיל מיך נישט קענען,
װאָס פֿון זײַנעט װעגן מעג איך ברענען
אױף אַלע פֿײַערן עד סוף כּל הדורות?
אַ גאָט אַ בעל־חשבון, װאָס װען איך פֿאַרגײ
גרײכט נישט צו אים מײַן געשרײַ;
אַ גאָט, װאָס זײַנע מלאכים זײַנען ציפֿערן;
אַ גאָט, װאָס אײדער אין אים
װאָלט איך ליבערשט געגלױבט אין לוציפֿערן?
צי אפֿשר זאָל איך גלײַבן אין דעם אױסלײזער, װאָס לײזט נישט אױס,
דעם אױגעטראַכטן גאָט, װאָס באָמבלט זיך אױף אַלע צלמים,
דער עבודה־זרה, װאָס פֿאַרגיט פֿאָרױס
גילױ־עריות און שפֿיכות־דמים?
זאָל איך גלײַבן אין דעם גאָט פֿון קלױסטערדיקע גלעקער,
װאָס די פֿינצטערע פֿאַנטאַזיע פֿון סאַדיסטן
האָט אױסגעבלוטיקט אים אומיסטן,
כּדי צו פּײַניקן מײַן אמת מיט זײַן שקר?
נישט די לעגענדע פֿון דעם גאָט, װאָס איז געװאָרן מענטש,
נישט די בלוט־מעשה מכּוח דעם געשלאַכטן, —
נישט דאָס איז װעלט־זינד און נישט דאָס איז העכסטער סוד
פֿון אָט דעם עולם־תּחתּון.
אַן אמת װײס איך, װאָס איז זעקס מיליאָן מאָל גרױליקער
און זעקס מיליאָן מאָל סודיקער: די װאָר װעגן דעם טײַװל,
װאָס איז געװאָרן מענטש, געװען מיט אונדז דאָ אױף דער ערד,
געװען געזען, געװען געהערט,
און — געשלאַכט אַ פֿאָלק, פֿאַרקױלט עס און פֿאַרגאַזט עס!
די בעלעטריסטישע מיסטעריע פֿון דעם קריסט —
װאָס איז זי קעגן אָט דעם סוד, װאָס איז געשען בפּשטות?
אָ, די כּלומרשטיקע געטער!
זײ — און די אַנדערע שאָטנס, די איזמען!
פּוסטע װי תּמיד קלינגט מיר זײער פּזמון
אַצינד, נאָכן צעשמעטער.
אין װעמען קאָן איך גלײַבן,
אַז נישט אין אים, מײַן לעבעדיקע גאָט פֿון קאַטאַקליזמען,
פֿון אָפֿענע נקמות און באַהאַלטענע נחמות?
װאָס מען איז — דאָס איז מען:
כ׳בין ייִד, װי ער איז גאָט.
האָב איך דען אַ ברירה, נישט צו גלײַבן
אין יענעם לעבעדיקן גאָט, װאָס טױט מיך צוליב צװעקן,
װאָס כ׳קאָן זײ נישט אַנטדעקן,
און נאָכדעם װי ער מאַכט מײַן לײב צו אַש —
נעמט ער מיך װידער װעקן?
און װער איך שטורעם קעגן אים און בונט, —
איז ער דער, װאָס בלוטיקן אין מײַן װוּנד,
און מײַנע װײ־געשרײַען זײַנען זײַנע שבֿחים.
נישט װילנדיק באַשטעטיקט אים מײַן פּײַן:
װער װעט זיך בונטעװען אַקעגן בלײכע יױזן?
און װער װעט ברױזן
אַנטקעגן דעם נישט־זײַענדיקן זײַן
פֿון אַ שפּינאָזע־גאָט אַ נישט־שלעכטן און נישט־גוטן,
װאָס שלאָפֿט באַרוט אין שטאַרע אַטריבוטן.
און נאָך אַ מאָל און װידער:
אַפֿולו איצט — צי האָב איך דען אַ ברירה
נישט צו גלײַבן אין דעם גאָט פֿון תּהלים און פֿון סידור,
אַז נאָר צו אים אַלײן, צו אים אַלײן
קאָן איך שרײַען דאָס געשרײַ פֿון אַלע מײַנע גלידער?
דװקא װײַל ער לעבט און װײַל ער װיל,
װײַל ער שלאָפֿט נישט אין געזעץ דעם שטײַפֿן,
קאָן איך זײַנע מעשים נישט באַגרײַפֿן —
און מײַן נישט־באַגרײַפֿן איז אַ ראַיה, אַז ער איז.
ס׳ליגט מײַן אַש צו זײַנע פֿיס.
אַני מאמין — איך גלײַב, אַז דאָס גיט ער
מיר גיהינומס נישט־געדאַכטע,
װײַל ערגעץ היט ער
נישט געדאַכטע גן־עדנס פֿאַר זײַנע געשלאַכטע.
אַני מאמין — איך גלײַב:
מיט מיר צוזאַמען לײַדט ער.
שרײַ איך קעגן אים —
מיט מיר צוזאַמען שרײַט ער.
ער װיל מיך לײַטערן אַ לעצט געלײַטער.
ער, װאָס הײסט דעם משחית אָנצינדן מײַן שײַטער,
װיל מיך לױנען און באַקרױנען
מיט זײַנע פֿינקלדיקסטע כּתרים.
ער װעט מיך הײבן איבער אַלע זײַנע שׂרים
פֿון װעגן מײן גלײַבן אין אים אַפֿילו
נאָך מיליאָנען עקדות
פֿון טאַטעס. אײניקלעך און זײדעס,
עקידות אָן מלאך, אָן װידער.
דער גאָט דער אומבאַגרײַפֿלעכער פֿון תּהלים
מאַכט, עס זאָל נאַכט װערן,
און לאָזט מיך געשלאַכט װערן;
דערנאָך הײסט ער אױפֿשטײן װידער.
צי איך װיל נישט, צי איך װיל אים —
זײַנע עקספּערימענטען
פֿירט ער דורך דורך מיר,
דעם אײביק געברענטן.
קײנעם לאָזט ער נישט אַזױ אונטערגײן װי מיך
און קײנעם טוט ער נישט אַזױ אין פֿײַער מאָדעלירן;
קײנעם װיל ער נישט אַזױ געפֿינען;
קײנעם טוט ער נישט אַזױ פֿאַרלירן.
אױך איך געפֿין אים און פֿאַרליר אים —
פֿאַרליר אים און געפֿין אים —
אָ, רצוא־ושוב פֿון חסדים און פֿון דינים!
איכה — און שיר השירים!
װער איז װי מײַן גאָט װוּלקאַניק?
אָט איז ער סיני צו מיר,
און אָט — מײדאַנעק.
און מעג איך װי רעװאָלטירן
און מעג איך װי מיד זײַן —
מוז איך ייִד זײַן.
מיר קאָנען זיך בײדע נישט אָפּלאָזן,
נישט ער מיך, נישט איך אים.
זאָג: ישׂראל, — זאָגסטו: אלהים.
און פֿאַל איך אונטער זײַנע הענט —
קומט דעם חלום פֿון קץ און זינגט מיר אַ טרײסט:
שױן נענטער װי װײַטער! דו גײסט
צום טאָג פֿון זײַן לעצטן עקספּערימענט.
אני מאמין — איך גלײַב אין דער טרײסט:
פֿון די עקספּערימענטן איבער מיר,
עקספּערימענטן אין פֿײַער,
װען אַרױס װאָס ער דאַרף —
אַ בראשית אַ נײַער.
אני מאמין — איך גלײַב:
צוליב מיר, דער שארית ישׂראל,
װעט דער גאָט פֿון ישׂראל,
װען ס׳װעט אָנהײבן קצ׳ן,
איבערפֿורעמען די קרעאַטור,
צו זײַן רעכטער האַנט װעט ער מיך זעצן.
און מײַן דערלײזער װעט אין שטױב
צעטרעטן אַלע געצן.
1948